S.
S.
זיגמונד פֿרויד, אַרײנפֿיר אין פסיכאָאַנאַליז
א י נ ה אַ ל ט :
ערשטער טײל: די געשטערנלטע טונגען.
אַרײנפֿיר .I
די געשטערנלטע טונגען .II
די געשטערנלטע טונגען (המשך) .III
די געשטערנלטע טונגען (סוף) .IVצװײטער טײל: דער חלום.
די שװעריקײטן און אַן אָנהײב פֿון אַ דערנענטערונג .V
הנחות און טעכניק פֿון באַשיידן .VI
דער אָפֿנבאַרער אינהאַלט פֿון חלום און די פֿאַרבאָהאַלטענע געדאַנקען .VII
קינדערשע חלומות .VIII
די צענזור אױפֿן חלום .IX
די סימבאָליק אין חלום .X
די אַרבעט פֿון חלום .XI
אַנאַליז פֿון חלומות לדוגמא .XII
אַרכאַיִשע שטריכן און אינפֿאַנטיליזם אין חלום .XIII
אַ װאַנטשונג װערט מקיים .XIV
ספֿקות און קריטיקן .XVדריטער טײל: אַלגעמײנע לערע װעגן נעװראָזן.
פסיכאָאַנאַליז און פסיכיאַטריע .XVI
דער זינען פֿון די סימפּטאָמען .XVII
די פֿיקסירנונג צו דער טראַװמע, דאָס אומװוּסיקע .XVIII
קעגנשטעל און פֿאַרשטױסונג .XIX
דעם מענטשנס סעקסועל לעבן .XX
די אַנטװיקלונג פֿון דער ליבידאָ און די סעקסועלע אָרגאַניזאַציע .XXI
מבֿוח אַנטװיקלונג און רעגרעסיע, עטיאָלאָגיע .XXII
װי אַזױ סימפּטאָמען פֿאָרמען זיך אױס .XXIII
די פּשוטע נעװראָזישקײט .XXIV
דער פּחד .XXV
די טעאָריע פֿון ליבידאָ און דער נאַרציזם .XXVI
די אַריבערטראָגונג .XXVII
די אַנאַליטישע טעראַפּיע .XXVIIIS.
פּראָפֿעטאָן זיגמונד פרויד, דער באשעפער פֿון פסיכאָאַנאַליז,
ריכט אָפּ דעם טן מיי 1936 זײַן אַכציקסטן געבוירנס-טאָג.
דער קאַמףפֿאַר און קעגן פֿרוידס לעבנטווערק איז נאָך ניט
פֿאַרענדיקט, ווען עס איז וועט די גאנצע וועלט ריידן וועגן
אַ תקופה בין פֿרירן און אַ תקופה נאָך פֿרוידן", האָט אַמאָל
געשריבן זײַנער ותלמיד. אַן אַנדער חסיד זיינער האָט געזאָגט
אויף פֿרוידס געזאלטע שריפֿטן: עלף בענד װאָס האָבן אַ טרייסל
געטאָן די וועלט, ווײַט ניט אַלע וויסנשאַפֿטס-לייט שטימען אין
מיט אַזאַ אָפּשאַצונג אָבער אַפֿילו די װאָס נעמען ניט אָן זײַן לערע
אין גאַנצן זײַנען מודה, אַז פֿרויד האָט רעוואלוציאניזירט די
מאָדערנע וויסנשאַפֿט, ער האָט שטארק באַרײַכערט די פסיכיאטריע,
ער האָט פֿונאַנדערגערוקט די גרענעצן פֿון פסיכאָלאָגיע, ער האָט
געגעבן נײַע דערקענטענישן דעם עטנאָלאָג און דעם סאָציאָלאָג,
דעם פּעראַגאָג און קרימינאָלאָג, דעם היסטאָריקער, דעם ליטער
ראטור-פֿאָרשער און דעם קינסטלער.
אָבער דער מענטש פֿון אַ גאַנץ יאָר געפֿינט אויך א טיפן
אינטערעס אין פֿרוידס לערע, ער שפירט, אַז דאָס איז ניט קיין
קאַבינעט וויסנשאַפֿט, נאָר אַן עיניין וואָס גייט אָן יעדער איינעם.
פֿרויד האָט געשטערט אַ סך אילוזיעס, ער האָט אַראָפּגעריסן דאָס
מענטעלע פֿון אַ סך געהייליקטע פֿאָרשטעלונגען, אָבער אין גרונט
איז ער א בויער, ער לערנט אונדז צו פֿאַרטראָגן מער אמת בים
אָפּשאַצן זיך אַליין און אונדזערע מיטמענטשן, ער וויל אונדז
גרינגער מאַכן דאָס לעבן.
אין דעריבער קיין חידוש ניט, װאָס די גאנצע קולטור
וועלט קומט איצט אָפּגעבן כבֿוד דעם מאן מיט דער אייזערנער
לאָגיק און דעם אייזערנעם כאַראַקטער, װאָס האָט געהאַט דעם מוט
צו שווימען קעגן שטראָס און האָט זיך סוף כל סוף דערוואַרט, אז
נאָך די מיטצייטלער זאָלן דערקענען זײַן גרויסקייט.
S.
KD.195378/1936
SIGMUND FREUD
ARAINFIR IN PSICHOANALIZ
WSTĘP DO PSYCHOANALIZY. Autoryzowany przekład żydowski M. Weinreicha,
Wilno, 1936. Zeszył 1.
Wydanie Zydowsiego Instytutu Naukowego (Jtwo),
INTRODUCTION TO PSYCHOANALYSIS. Authorized Yiddish Translation by
M. Weinreich, Pubished by the Yiddish Scientific Institute (Yivo) Wilno1936 Nr.1.
דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט, װאָס פֿרויד איז
אַ מיטגליד פֿון זײַן ערן-קוראַטאָריום, באצייכנט פֿרוידס 80סטן
געבוירנס-טאָג דורך אַרויסגעבן מיטן הסכם פון מחבר זײַן
אַרײַנפֿיר אין פסיכאָאַנאַליז
אין דער פֿולער ייִדישער איבערזעצונג פֿון ד"ר מ. װײַנרײַן
דער אַרײַנפֿיר אין פסיכאָאָגאַליזי האָט די גוואַלדיקע מעלה
װאָס דא איז דער באַשעפער פֿון דער שיטה אַליין מסביר די שיטה.
ער טוט דאָס אין אַ פּרעכטיקער שאַרפֿער שפּראַך, מיט קלאָרע
דעפֿיניציעס. ער ראַנגלט זיך פֿאַרן אמת: ער שאַנעוועט ניט דעם
קעגענער, אָבער ער אנטפלעקט אָן בושה זיינע אייגענע שוואכע
זײַטן אויך. עס קומט ניט נאָר צו קענטעניש; לייענען דאָס ווערק
איז אַ גײַסטיקער תּענוג.
דער איבערזעצער גיט צו צום בוך אן אויסטייטשונג פֿון
אַלע שווערע ווערטער, אַן איבערזעצונג פֿון די פֿרעמדשפּראַכיקע
אויסדרוקן און אַ פּרטימדיקן זוכצעטל.
בבדי ס'זאָל זײַן גרינגער אײַנצושאַפֿן זיך דעם אַרײַנפֿיר אין פסיכאָ•
אנאליז", וואָס האָלט איבער 400 זײַטן, וועט דאָס ווערק אַרויסגיין אין 6 העפֿטן,
צו 6-4 דרוקבויגן אַ העפֿט אין פֿאָרמאַט פֿון 6 אויף 10 קוואדראט. דאָס גאַנג :
בוך וועט זײַן פֿאַרטיק אין משך פון 1936.
פרײַן פֿון אַ העפֿט מיט פּאָרטאָ-1.80 גילון, מחוץ פוילן-50 אמ' סענט.
ווער עט שיקט אַרײַן פֿאָרויס 9 גילדן - מחוץ פוילן 250 אַמעריקאַנער
דאָלאַר - באַקומט אלע 6 העפֿטן, נאָבן אַרויסגיין אין גאנצן וועט דער פּרײַן
פֿון בוך געהעכערט ווערן.
פֿאַר מיטגלידער פֿון געזעלשאַפֿטן פֿרײַנד פֿון י װאָ" און
פֿאַר מיט אַרבעטער און מיט העלפֿער פֿון י װאָ אַ גרויסע הנחה.
Żydowski Instytut Naukowy, Wiwalskiego 18, Wilno
פק־אָ קאָנטע 81.39% .P.K.O
PRINTED IN POLAND
DRUK. D. KREJNESA, WILNO
You are here
(I) אריינפיר אין פסיכואנאליז1917-001/1936.yi
1917-001/1936.yi/U